よきにはからえ その170
- カテゴリ:日記
- 2023/06/16 10:18:30
giugno 16 venerdi ☔︎☁︎ 23/19.4℃
רושלים (העברעיִש: יְרוּשָׁלַיִם, אַראַביש: القدس אַל־קודס) איז די אָפֿיציעלע הױפּטשטאָט פֿון מדינת ישׂראל, דער צענטער פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, נאָך פֿון גאר אַמאָליקע צײַטן. די שטאָט איז פֿאַרהײליקט, אױף די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע, גלױבנס: דאס ייִדישע, דאס איסלאַמישע, און דאס קריסטלעכע גלױבן. דאָס צענטראַלישקײט פֿון דער שטאָט, פֿאַר אַלע גלױבנס, האָט געברענגט אַ סך קריגערײַען און װעלט־מלחמות צװישן זײ, ביז הײַנטיקן טאָג. זייט דעם 19טן יארהונדערט האבן זיך אנטוויקלט ארום דער אלטשטאט אסאך נייע געגנטן, וואס זענען היינטצוטאג דער גרעסטער טייל פון דער שטאט.
די שטאָט פֿון ירושלים געפֿונט זיך אויף די "יהודה-בערג" צווישן דעם מיטלענדישן ים (הים התיכון) און דעם ים המלח אין אַ הויך פֿון אַ 650-840 מעטער איבערן מיטלענדישן ים. די שטאָט געפֿונט זיך אין די עקזײַט פֿון "מדבר-יהודה".
די צאָל פֿון די רעגנס איז 600 מילימעטר אין אַ ווינטער-צײַט. דער זומער איז הייס און טרוקן. דער ווינטער איז קאַלט און אַ רעגנדיקער. אָפֿטמאָל שנייט אויף אַ פּאָר טעג אין ווינטער. די צאָל פֿון דער פֿײַכטקייט איז ארום 60%